אפרים פישל הערשקאוויטש ז"ל

אבלים: משפחות: הערשקאוויטש, פייג, מייעס, אונסדארפער וזילבערמאן.
ארונו יגיע ביום ב' ה- 29.05.17, בשעה 12.45, בטיסת אל על 002.
ההלוויה תצא ביום ב' ה- 29.05.17, בשעה 14.15, מבית המדרש צאנז קלויזענבורג, רחוב הרב כהנמן 70, בני ברק ובשעה 17.00 מהיכל המתיבתא בקרית צאנז נתניה, בדרכה אל בית עלמין שיכון וותיקים נתניה. עדכונים בטלפון: 073-7963411.
הסעות ללוויה בקרית צאנז יצאו בשעה 14.30, מרחוב שמגר (מול רב שפע), ירושלים.
יושבים שבעה: הבנים רבי שלמה ממאנסי, רבי דוד יהודה מנתניה ורבי אברהם יהושע מירושלים בבית משפחת הרשקוביץ, רחוב האדמו"ר מגורליץ 8, קרית צאנז, נתניה, עד כניסת חג השבועות ביום ג' ה- 30.05.17. הבן אברהם יהושע ישב ביום ג' ה- 30.05.17 עד כניסת החג, בביתו, רחוב אלקנה 14 א', כניסה ב', ירושלים.
המנוח היה גאב"ד האליין וחבר הביד"צ צאנז קלויזנבורג בארה"ב, בנו של רבי שלמה ז"ל.

אגודת חסידי צאנז אבלים על פטירת גאב"ד האליין ודיין הקהילה בארה"ב.

מוסדות וקהילה קדושה צאנז קלויזענבורג והנהלת המוסדות אבלים על פטירתו של גאב"ד האליין וחבר ביד"צ הקהילה קרוב ל- 70 שנים.

4 תנחומים

  1. יהודה הלוי

    רבבות אלפי ישראל האבן היינט באגלייט למנוחת עולמים די מיטה פון פוסק הדור והדרו פאר רבני קהילתינו הק' כ"ק הגה"צ רבי אפרים פישל הערשקאוויטש זצוק"ל דיינא רבא דקהילתינו הק' בווליאמסבורג וחבר הביד"צ אין משך פון זיבעציג יאר, וועלכע איז ארויס פון בית מדרשינו בית ברוך אין ווליאמסבורג וואו דער גרויסער נפטר שר התורה ועמוד צלותהון דישראל האט משמש געווען ברנות און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בין כותלי בית המדרש.
    בראש הצועדים איז געווען כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מיט וועמען דער גרויסער נפטר איז געווען דבוק בכל לבו ונפשו, אינאיינעם מיט אלפי בני קהילתינו הק' פון וויליאמסבורג און איבעראל וועלכע האבן באוויינט די גרויסע אבידה פון קהילתינו הק' און מקיים געווען דעם אבל יחיד עשי לך.
    ווי אויך האבן זיך אנגעזעהן מאסן אדמורי"ם רבנים ראשי ישיבות דיינים יושבי על מדין פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע זענען געקומען אפגעבן די כבוד האחרון פאר'ן דיין זצוק"ל, וואס מצודתו איז געווען פרוסה בתורה ובהלכה פאר גאנץ כלל ישראל איבער די גארער וועלט.
    *
    באלד בצאת השבת ווען די ביטערע בשורה איז באוואוסט געווארן האט אן אבילות ויתמות ארומגענומען אידן פון אומעטום וועלכע האבן באלד אויסגעשריגן דעם הוי מי יתן לנו תמורתו.
    אום עלף דרייסיג ביינאכט איז די מיטה אריינגעברענגט געווארן אין בנין בית מדרשינו וואו עס זענען געווען משמורות פאר לימוד משניות ואמירת תהלים ביז אינדערפרי, און במשך די נאכט שעות האבן די ראשי ועסקני קהילתינו הק' אנגעגרייט די מעמד הלויה כראוי ויאות, אין די צופרי שעות איז געמאכט געווארן די טהרה אין די מקוה טהרה בבית מדרשינו און די מיטה איז דערנאך אריינגעברענגט געווארן אין היכל בית המדרש הגדול, וואו הונדערטער בני הקהילה אין וויליאמסבורג האבן אויסגעבראכן אין א ביטערע געוויין למראה האבל שטייענדיג ביי די לויה פון זייער גרויסן באליבטן רב, וועלכער איז נתמנה געווארן דורך כ"ק מרן רבינו הקוה"ט זי"ע און האט משמש געווען די קהילה קדושה וכל חבריה בנאמנות אזויפיל יארן כולן שוין לטובה ולגדולה.
    צו די באשטימטע צייט איידער די מעמד הלויה האט זיך אנגעהויבן דעם אומאויפהערליכער שטראם פון רבבות אלפי ישראל פון גרעיטער ניו יארק און ארום וואס זענען געקומען לספוד להאי שריד לדור דעה משיירי כנסת הגדולה ולבכותו.
    אום עלף אזייגער האט הרה"ח ר' משה וויעדער הי"ו משמש נאמן בבית מדרשינו שם ומראשי חברה קדישא דקהלתינו אויפגערופן תלמידו הנאמן הגאון רבי יצחק אייזיק לעווי שליט"א ראש ישיבתינו הק' לצעירים אין בארא פארק וועלכער האט בקול חנוק בדמעות איבערגעבעטן בשם די הונדערטער מתפללי בית המדרש און דערנאך אויפגערופן בנו הגאון רבי יצחק הערשקאוויטש שליט"א אויפצוטרעטן בדברי הספד, און עס האבן דערנאך מספיד געווען בניו וחתניו שליט"א, ווי אויך כ"ק האדמו"ר מספינקא שליט"א, כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א און תלמידו הגדול כ"ק האדמו"ר מקאסוב שליט"א.
    מיט גרויס געוויין איז דערנאך געהערט געווארן די משא דבר הקודש בדברי הספד תמרורים דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלכער האט ביטערליך באוויינט די אבידה פון כלל ישראל און פון קהילתינו הק' פאר וועמען דאס איז א ספעציעלע אבידה שאין לה תמורה מיט זיין פערזענדליכע גרויסקייט אין אלע ג' עמודי עולם וואס איז נישט מעגליך ארויסצוברענגען, און די עבודת הקודש וואס נאר די וואס האבן עס צוגעזעהן קענען עטוואס פארשטיין וואס האט זיך איבערגעגאסן על גדותיו פון זיין אויסטערלישע גדלות כחד מקמאי, ובפרט ווען עס שליסט א היסטארישע קאפיטל פון די גרויסקייט וואס קהילתינו הק' האט זוכה געווען מיט דעם בית דין הגדול פון רבינו הקדוש זי"ע הגה"צ רבי אהרן יהודה ווילנער ראש הישיבה, הגה"צ רבי אהרן ווידער אב"ד לינז און אצינד דער שריד לדור דעה וואס מיר האבן נאך ביז יעצט געהאט אוועקגעריסן געווארן, וימת אפרים וכל הדור ההוא.
    א לענגערע צייט האט רבינו שליט"א מאריך געווען מיט דברי הספד מיט הקדמות פון ספרי קודש, און ביים שלוס מכתיר געווען בנו הגדול הגאון רבי יצחק שליט"א אלס ממלא מקום אביו כדיין ומורה צדק בקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג.
    דערנאך איז אויפגערופן געווארן מקורבו הנאמן הגאון רבי אהרן אליעזר ליפא זילבערמאן שליט"א אב"ד ראצפערטא מרבני קהילתינו הק' שם צו מאכן דעם קל מלא רחמים, און בנו מ"מ דער דיין הקהילה הגאון רבי יצחק שליט"א האט געזאגט קדיש.
    די מיטה איז ארויסגעפירט געווארן אויף די גאסן וואו צענדליגע טויזענטער אידן האבן מלוה געווען דעם גרויסן נפטר, ודרכי עיר וויליאמסבורג וועלכע האט נהנה געווען מאורו הגדול בפסק והלכה ובכח תורתו וואס האט פארשיינט דער גאנצער שטאט זענען געווען לבוש באבילות וכאב.
    דער מיטה איז דערנאך געפירט געווארן צו קענעדי עירפארט בדרכה לארץ ישראל ווי די לויה וועט פארקומען מארגן מאנטאג אום 2:15 מיטאג בבית מדרשינו אין בני ברק אין דערנאך וועט ער קומען לקבורה נאנט צום ציון המצויינת קודש הקדשים מרן רבינו זי"ע אין שיכון וותיקים אין נתניה, צו וועמען דער גרויסער נפטר איז געווען דבוק אין זיך מסתופף געווען בצל קדשו א משך פון יובל שנים.
    וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'

  2. יצחק

    יושבים שבעה בבית המנוח בוויליאמסבורג עד כניסת חג השבועות (שעון ארה"ב): הבנים, ממלא מקומו הגאון רבי יצחק מוויליאמסבורג, הרב צבי אלימלך מוויליאמסבורג, הרב בנציון מבארא פארק, הבנות, מרת פייג ממאנסי, מרת מאייעס מוויליאמסבורג, מרת אונסדארפער מוויליאמסבורג, אחותו מרת זילבערמאן מוויליאמסבורג.

כיתבו תנחומים על מודעת אבל

האימייל לא יוצג באתר. שדות החובה מסומנים *